בלאט 1 פון 1

די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:09 am
דורך חקרן
לאמיר אצינד אויסשמועסן וועלכע אשכולות זענען געווען די נארישסטע אין קאווע שטיבל, ווי אויך ווער עס האט זיי געעפנט.

איך וועל אנהויבן מיט איינס:
"האסט ליב דיין טאטע?" - @קאווע טרינקער

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:12 am
דורך ישמעאל הכהן
די אשכול... @חקרן

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:15 am
דורך [NAMELESS]
די וועבערמאן סומאטאכע דורך ידען.

Re: די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:16 am
דורך חאצקעל שניידער
מדארף עפענען א עקסטערע קאטעגאריע נאריש וואו אלע נערישע אשכולות וועלן אריינגיין

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 1:21 am
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:מדארף עפענען א עקסטערע קאטעגאריע נאריש וואו אלע נערישע אשכולות וועלן אריינגיין

די חילוקים צווישן א שמייכעל, צימעס, נאריש, פאזיע (סארי פאזיע ליבהאבער) איז גאר דקות׳דיג, בעסיקלי צימעס און פאזיע ברענגן אויך א שמייכל, פאזיע און צימעס זענען אויך נאריש, וכו׳ כגלגל החוזר

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:38 am
דורך moshav zekeinim
חקרן האט געשריבן:לאמיר אצינד אויסשמועסן וועלכע אשכולות זענען געווען די נארישסטע אין קאווע שטיבל, ווי אויך ווער עס האט זיי געעפנט.

איך וועל אנהויבן מיט איינס:
"האסט ליב דיין טאטע?" - @קאווע טרינקער

איך האב בטעות געלייקט, איך האלט נישט אז דער אשכול "האסטו ליב דיין טאטע" איז בכלל נאריש. ער האט געשריבן אין אנהייב אז ער קען זיך נישט ארויס ברענגען אבער ער מיינט עפעס דערמיט, און איך און דאכט זיך א סך אנדערע פארשטייען אויך אז דאס קען זיין א ערנסטע נושא. עס קען זיין פילאזאפיש, און עס קען זיין פראקטיש פסיכאלאגיש.

איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזוי פיל ניקים האבן זיך אנגעלייגט צו קריטיקירן דעם אשכול בעת עס פעלן נישט קיין נארישע און אנפראפאשענל אשכולות אין קאווע שטיבל וואס דער פותח האט לכתחילה עס נישט געעפנט מיט עפעס א פארשטענדליכע כוונה, עס קוקט אויס ווי ס'פשוט געווארן פאפולער צו קריטיקירן דעם אשכול, איך ווייס בכלל נישט צו עס אהרט בכלל דעם פותח האשכול די קריטיק, אבער מיר אהרט עס אז אין א פלאץ ווי עס דארפן מ'כלומר'שט זיך געפונען ברייטע קעפ און זעלבסשטענדיגע טראכטער, טוט מען באטראכטן א סך מאל זאכן מיט א שמאלקעפיקייט, און אנגעוואנדן לויטן ווינד.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:53 pm
דורך קאצקע ציקער
די אשכול איז בכלל נישט נאריש אבער נישט שרייבן אין אן אשכול נאר איין שורה האט איר ליב אייער טאטע אנטשטאט שרייבן א גאנצע ארטיקל וועגן דעם - דאס איז נאריש

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:56 pm
דורך moshav zekeinim
טויש דעם נאמען צו "ארימער אשכול" אדער" אשכול מיט א ארימע פתיחה".

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:11 pm
דורך כפתור
@מושב

איר קענט פארמעקן אייערע לייק דורך דרוקן די פארקערטע פינגער. אבער פארוואס זאלט איר זיך נאכאמאל באנארישן?

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:25 pm
דורך חקרן
מושב, דו האסט אוועקגענומען א לייק פון מיר? - נו נו...

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:37 pm
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין פון נארישע אשכולות... דער אשכול איבער דעם זיסן און גוטן טעם וואס די רעבעצינ'ס טשיעז קעיק האט געהאט איז נישט קיין נארישער אשכול....? הא...?...!

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 1:31 am
דורך moshav zekeinim
ווענד זיך ווי דער חמרא שטייט איין...

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:13 pm
דורך berlbalaguleh
מושב זקנים: צו ערשט א יישר כח אז דו האסט מיך נישט אויסגערעכנט צווישן די משכילים דא אין קאווע שטיבל. הגם איך האב געהאט פון וואס חושש צו זיין ווייל איך בין ב"ה א ציוני (איך זאג דריי מאל א טאג ..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"...קרעדיט הגה"צ בעל שפע חיים מצאנז זצ"ל.). אויך בין איך זייער שטארק אקעיגן די מעשים רעים פון די סאטמאר ווילי- טאון עסטאבלישמענט וכל (הרע) המסתעף.
נאר שמעקעדיג איז גערעכט אז ער האט דיין אשכול צו-געלינקט צו די אשכול וועלכע הייסט די נארישסטע אשכולות אויף קאווע שטיבל. הגם די שאלה אליינס איז נישט נאריש. ווייל א יעדער איינער פון די ניקס וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט אלס משכילים און אויפגעקלערטע זענען ח"ו נישט קיין אפיקורסים. זיי האבן אמונה אין השי"ת. (אזוי ווילן מיר האפן.) נאר זייער חקירה האט זיי געפיהרט אין פארשידענע געפערליכע ריכטונגען.
אויף דיין רעטארישע שאלה קען איך נאר ענטפערן באופן כללי. ס'איז דא א גוי'איש ווערטל אז אין די פאקסהאולס, די טרענטשעס, די שוץ גרובער וואס מ'גראבט אויס בשעת מלחמה, איז נישטא קיין אפיקורסים. יעדער איז א מאמין. ווייל זיי זעען אפן די ה' וואו איינער ווערט ח"ו געשעדיגט און זיין חבר וועלכער שטייט נעקסט צו איהם ווערט ניצול...אויך האבן זיי מורא פאר זייער לעבן. דאס ענטפערט שוין אויף דיין שאלה...!

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:46 pm
דורך moshav zekeinim
וואס האט מיין שאלה מיט נאריש? אז דו האסט אן ענטפער דערויף הייסט די שאלה נאריש?

Re: די נארישסטע אשכולות אין קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 11:04 pm
דורך ירא שמים
ער האלט פשוט אז די גאנצע הסכלה איז נאריש איז עס אן אשכול אויף א נארישע באגריף …