בלאט 1 פון 3
כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:50 pm
דורך כוכב
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פארשטעלן פאר'ן ציבור דעם "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט" אלס א מתנה טובה לכבוד שבועות.

עס איז אונז א כבוד צו קענען ברענגען די רייכע ווערק פון מאראנצןזאפט אין א הערליכן פארמאט, בכלי מפואר, ראוי לעלות על שלחן מלכים, צו אלעמענס העכסטער צופרידנהייט און עונג יום טוב.
ווען איר וועט מישן די בלעטער און זיך באקענען מיט די פראפילן פון אט די בארימטע פערזענליכקייטן, זאלט איר ביטע געדענקען, אז עס איז אריינגעגאנגען אומגעהויערע כוחות ארויסצוגעבן א דבר השלם, אבער שגיאות מי יבין, און מיר טוען זיך אנטשולדיגן פאר סיי וואספארא טעותים עס זענען אריינגעפאלן דערין.
מיר האפן איר וועט צו קענטעניס נעמען אונזער שווערע הארעוואניע און געניסן דערפון אן אמת'ע הנאה.
א פרייליכן יו"ט,
[tag]כוכב[/tag] און [tag]מה הוא[/tag]
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 5:55 pm
דורך מה הוא
ברוך השם
פרינטס ארויס פאר אייך און נאנטע
און האט הנאה
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:07 pm
דורך מה הוא
@מאראנצןזאפט מאך דיר וויסענדיג!
דער עולם וויל אויסדיקן זייער הנאה, כאטש מיט א לייק
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:10 pm
דורך שמעקעדיג
אנבעליוועבל וואס דער כוכב האט אריינגעארבעט. א מין יופי פון א ספר!
פסח ביים פה-סח האב איך געמיינט אז ער וועט כראפעצן ביי יחץ, וואס זאל איך יעצט זאגן?
ווען איר וועט אריינקומען ביי תיקון ליל שבועות אין ביהמ"ד און איר וועט זעהן א איד מיט א האלב-אראפגעפאלענעם שטריימל שלאפן טיף אויפן טיש אויף זיין אויסגעשטרעקטן האנט און די מויל האלב פארדרייט און מען קען אים נישט דערוועקן, וועט איר קלאר וויסן "כוכב מה הוא".
ואמרתם כה לחי.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:33 pm
דורך שמעקעדיג
מה הוא איך מוז דיר עקסטער קאמפלימענטירן פאר דיין ארבעט. א מייסטער ארבעט!
מען זעהט אז דו האסט אריינגעלייגט כוחות עצומות.
דער פשוט'ער סלייס אראנדזש נעבן דעם קאווע טישל (שטיבל לאגא) גיבט אזויפיל צו, און דיין ווארימע הקדמה רעדט פון הארץ.
זאלסטו אלץ קענען מהנה זיין אידן עד ביאת הגואל.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 6:51 pm
דורך קאווע טרינקער
נאך אזא קונטרס קען זיך דער טריביון פארמאכן, אחוץ אויב ס'נאך דא א לעבעדיג מענטש וואס איך קען נישט.
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן:
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 7:03 pm
דורך חאצקעל שניידער
.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 7:07 pm
דורך פישלע העררינג
עס זעהט אויס זייער עטרעקטיוו, ותשואת חן חן לכל העוסקים באמונה. מפני טירדות שונות וטירדות הזמן קומט שוין נישט אויס דא צו פארברענגען, אבער עס ווארעמט די הארץ צו זעהן ווי אונזערע טייערע חברים פארנעמען זיך מיט חקר תולדות גדולים ומשפיעים און נאך אנדערע קאנסטראקטיווע מענטשען. [tag]כוכב[/tag] און [tag]מה הוא[/tag] (מיין ניק איז בטעות אריינגעפאלן צווישן די עורכים, איך האב נישט געהאט די צייט צו דעם, ועוד חזון), כל הכבוד!
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 7:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
יישר כח מארנצןזאפט.
יישר כח כוכב.
יישר כח מה הוא.
יישר כח קאווע שטיבל.
יישר כח מנהלים.
יישר כח די מנדבים.
יישר כח גאט פאר מיין זעה קראפט.
מייסטערהאפטיגע מערכת, טאלאנט, אינוועסטיגעטיוו זשורנאליזם, און גראפיקס.
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
גארזשעס ארבייט!!
גיימיר אים מארגען ארויספרינטען אין אפיס
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 7:46 pm
דורך אפטעמיסט
אומגלויבליך!
כוכב, דו גייסט אונטערברענגען די היימישע געדריקטע אויסגאבעס!
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:00 pm
דורך נולד מאוחר
אין אנדערע נייעס זענען יעצט
דו דיינים דן אויב ספר האישים איז אויך ביכולת צי קאנפיוזן קונדער.
אויב דער זעלבער כוכב האט ציגעשעטלט פה-סח און ספר האישים איז יש מקום להחמיר.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 8:46 pm
דורך [NAMELESS]
מה נאמר ומה נדבר!!
[tag]כוכב[/tag], איר זענט נישט קיין כוכב. איר זענט א 'סופער-סטאר'!
לאמיר איבער'חזר'ן מיינע דברי שבח בשינוי לשון קצת:
כולנו רואים את הגליון והוא תאוה לעינים
ועל המו"ל נאמר: טובים -מן האחד- השנים
כבר שנה בחכמתו ובהארת פנים
בזיכויי הרבים יזכר רבות בשנים!
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 9:20 pm
דורך בעל מדות
קען זיך דוכטן ווי קאווע שטיבל איז א מולטי מיליאן דאלערדיגע ביזנעס, מיט א אסטראנאמישע אריינפלוס פון פראפיט א שטאט פון פול טיים באצאלטע ארבעטער און פלאטע פון טרעילער'ס אויפן ראוד וועלכע שטייען כסדר גרייט צו סיי וואספארא באפעל פונעם שעפערישן גענעראל און פעלדמארשאל, די פירמע'ס בעל הבית [tag]כוכב[/tag] וועלכע מאכט עס אזוי אויסקוקן מיט זיינע מולטי טאלאנטן וועלכע ליידן פון נישט קענען איינזיצן, און דעליווערן קנאקעדיגע סחורה, אהערשטעלן פרישע פראיעקטן מיט א געניטע סיסטעם צו די צופרידנהייט און הנאה פון יעדעם.
כוכב די איבערצייגסט כסדר אז מאמע לשון איז עפעס וואס קען ווערן געשמאקער און טיכטיגער.
ווידעראום [tag]מה הוא[/tag] האט זיך אויך לעטצענס ארויפגעשארט די ארבל און אנגעהויבן שיסן קריעטיוועטי אויף א פארנעם וואס מען זעהט נישט פאר באצאלט און זיכער נישט פאר בחינם.
כ'בין ערנסט איבערגענימען וואס דא, על אדמת קאווע שטיבל, גייט אלץ פאר און ווען שרייען וואלט געווען אן אפציע פון זיך באדאנקען וואלט איך געשטאנען א הייזעריגער אויסגעשפארט פון קאווע שטיבל....
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] איך באוויין דיין אפוועזנהייט און זיי ביים וויסן אז דיינע אייניקלעך גייען נישט האבן קיין "ספר האישים" אויב די גייסט אויפהערן דא ליפערן סחורה, די מיזט נאך אריינווארפן דיינע זאכן.
קיין ספק אז אין קימענדיגן "ספר האישים" נומער צוויי וועט זיין א ארגינעלע בינטל טאלאנט ווי כוכב וועט ווערן פאראייביגט אלץ איינע פון די ריזן פון צווישן די ווענט פון קאווע שטיבל וועלכע האט אזויפיל כח געלייסטעט פאר די פלאץ.
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אנבעליוועבל וואס דער כוכב האט אריינגעארבעט. א מין יופי פון א ספר!
פסח ביים פה-סח האב איך געמיינט אז ער וועט כראפעצן ביי יחץ, וואס זאל איך יעצט זאגן?
ווען איר וועט אריינקומען ביי תיקון ליל שבועות אין ביהמ"ד און איר וועט זעהן א איד מיט א האלב-אראפגעפאלענעם שטריימל שלאפן טיף אויפן טיש אויף זיין אויסגעשטרעקטן האנט און די מויל האלב פארדרייט און מען קען אים נישט דערוועקן, וועט איר קלאר וויסן "כוכב מה הוא".
ואמרתם כה לחי.
אדער א איד וועלכער איז געצוואונגענערהייט געקומען צו דעם סקווווערער רעבע'ס שליט"א טיש. נאך א גאנצע וואך אריינהאקן עבודת הפרך .נישט חלילה דעם רבינ'ס. נאר דעם בעל הבית הנהנה מיגיע כפיו. און די קע.דזש.בי. האט איהם פשוט געווינגען צו קומען צום טיש. שלאפט ער איצט. ווייל ער פאלט פשוט צוזאם פאר מיעדקייט. אנטשולדיגט. נאר איין אומ'פונקטליכקייט איז דא. נישט נאר איין איד, נאר צענדליגע אידן טוען דאס ליידער. אזוי אז ס'זעהט אויס ווי א בית השחיטה...בעיני ראיתי כמה פעמים. וגם אני השתתפתי...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:16 am
דורך שמעקעדיג
בערל גיב אכטונג וואו דו דרייווסט. זעהסט דעם סיין? No left turn.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:02 am
דורך מאראנצןזאפט
איך בין פארגאפט, בעסער געזאגט איבערראשט, אייגנטליך שאקירט, פון וואס דא האט זיך אפגעשפילט. ווען כוכב האט געבעטן די רעכטן איבערצונעמען דעם ספר האישים האב איך נישט געוואוסט וואס צו ערווארטן. אבער דאס איז דאך איז שוין ווירקליך אן איבערראשונג. אויגנפארכאפנד. פרעפאסיאנאל. אזא כבוד.
א הארציגן, טיפן, ישר כוח פאר כוכב, מה הוא, און אלע אנדערע מיטארבעטער, וואס האבן ארויסגעהאלפן אז ספר האישים זאל ווערן א רעאליטעט.
מדי דברו, אז דער ספר האישים איז אינדרויסן, איז אבער לבי נקפי. כאטש איך האב אלעמאל פרובירט צו שרייבן פאזיטיוו, וויל איך איבערבעטן, זיך אנטשולדיגן, טאמער איינער האט זיך אמאל געשפירט געטראפן פון מיינס א ווארט, עס איז אלעמאל געווען ראשית כוונתי לטובה, און ביטע זייט מיר מוחל. אדאנק.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:50 am
דורך מה הוא
מיר האלטן פונקטליך 16 שעה נאכן ארויפלייגן דער אינהאלטרייכע "ספר האישים",
און אומגלויבליך עס האלט שוין ביי
אראפגעלאדנט 645 מאל
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:50 am
דורך [NAMELESS]
וויפול מאל איז די פה-סח אראפגעלאדענט געווארן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:51 am
דורך ישמעאל הכהן
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וויפול מאל איז די פה-סח אראפגעלאדענט געווארן?
דארט האט מען נישט געקענט זען. פארוואס טאקע?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:53 am
דורך שמעקעדיג
ווייל עס איז נישט געווארן אראפגעלאדענט דירעקט פון שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:13 pm
דורך מה הוא
איך זע אז עס האלט שוין קרוב צו 800 דאוללאודס אין ניטאמאל קיין 24 שעה פונעם ארויסקום,
יעצט בין איך נייגעריג צו דאס קען אנקומען ביז 24 שעה צו 1000?
עס איז נאך דא איבער צוויי א האלב שעה צו גיין
will see and find out
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:33 pm
דורך ברסלבער
א גרויסן דאנק פאר כוכב, מה הוא און מאראנצןזאפט, פארן אהערשטעלן אזא מייסטערהאפטיגע ארבעט.
דער ארטיקל איבער ר' וועלוול שמעלצער איז ספעציעל פארן ספר האישים, אדער איז עס שוין אמאל געווען אין שטיבל?