בלאט 1 פון 1
חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:02 am
דורך דעת תורה
אויף יו טיוב האב איך געפונען עטליכע - טייל גאר פאפולערע - אידישע פילמען, געמאכט דורך אידישע טעאטער שפילער אינעם פאר - מלחמה'דיקן פוילן אינאיינעם מיט ניו יארקער פראדוצירער, איך פאר מיר האב - טייל פון זיי - שוין לאנג געזוכט, און איך שטעל זיך פאר עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע אויך, לייג איך עס אהער.
די בכורה קומט זיכער פאר די מסתמא מערסט באקאנטע פילם,
'טובי' דער מילכיגער'. דאס איז אראפ געשפילט די לעבנס געשיכטע פון א כאראקטער אין שלום עליכם'ס ביכער. דרייסיג יאר שפעטער בערך האט מען פון די זעלבע געשיכטעס געמאכט דעם וועלט בארימטן פילם - אויף ענגליש - 'פידלער אן די רוף'. יענץ איז מער באריכות, קאווערט מער טעכטער און עקספלאורט מער די מענטשליכע געפילן. אבער די אידישע איז דאך פארט אידיש, און איז מסתמא מער נענטער צום מקור (אליין א פיקטיווע באשעפעניש).
די צווייטע לייג איך מיין פעיוואריט,
'א בריוועלע דער מאמען'. איך גלייך דאס די מערסטע סאם האו.
'מאמעלע' - מער א קאמעדיע ווי סובסטאנץ.
'דעם חזן'ס זון'
חלק א,
חלק ב - א פילם געמאכט אין אמעריקע, דער חזן אינעם פילם (דער זון) איז דער בארימטער חזן 'משה אוישערס'.
'דער פורים שפילער' - נישט געקענט געהעריג וואטשן צוליב די פוילישע איבערזעצונג וואס שרייט איבער די אריגינעלע.
Laughter Through Tears - איצט געפינען תוך כדי שרייבן די תגובה, אור אלט, די סאונד טרעק עקסטער צוגעלייגט.
מ'זאל געדענקען פיל מאל איז דא שאלות פון קול באשה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 5:56 am
דורך ישראל קאפקע
שכוח פאר א בריוועלע דער מאמען, זייער הנאה געהאט.
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 6:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי איז די המלצה פון 'חשוב'ער מחנכות'?
חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:18 am
דורך ירא שמים
ביטע שרייב די נעמען פון די פילמען
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:15 am
דורך סביב העולם
פאר אלע טעלעגראם באניצער איז דא א טשענל מיט אלע גיטע יידישע מאוויס אין פלעיס
נ. ב. מדארף האבן די לעצטע טעלעגראם אפדעיט אז די לינק זאל ארבעטען
https://telegram.me/ch2015and.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:30 am
דורך [NAMELESS]
מ'קען עס טוהן אויף די קאמפיאטער אדער נאר אויף די פאון?
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:42 am
דורך סביב העולם
ביידע אבער מען דארף זיי up to date with the latest version וואס האט די טשענלס
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:39 pm
דורך ירא שמים
דער דיבוק
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:50 pm
דורך mevakesh
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 8:28 pm
דורך ירא שמים
ביי טייל פון די פילמען ווער איך צומישט וואסערע לעבנס שטייגער זיי קומען פארשטעלן א פרומע צו א פרייע.
נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:28 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:ביי טייל פון די פילמען ווער איך צומישט וואסערע לעבנס שטייגער זיי קומען פארשטעלן א פרומע צו א פרייע.
ירא שמים: ביי דעם פילם ..."דער דיבוק"...און די אנדערע פילמס און טעאטער שפילן פראדוצירט אין פוילן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז אייביג (אדער אין רוב פעלער) דא אן אונטער-טאן פון חוזק און ליצנות פון דעם ערליכן אידישן לעבנס שטייגער. און פון רבי'ס און חסידים. למשל אזוי ווי אין דעם טעאטער פארשטעלונג..."דער אידישער גענעראל"...וואו מ'מאכט חוזק פון דעם אידישן גענעראל אז ער איז קיינמאל נישט געווען גרייט פאר מלחמה. אדער איז ער געגאנגען, אדער געקומען פון די מקווה אדער בית המדרש...דאס מיינט נישט אז די פארשטעלוניגען זענען נישט אוינטרעסאנט. אבער דאס אפשפעטן און ליצנות מאכן פון דעם טראדיציאנאלן לעבנס שטייגער איז אייביג אן אינטעגראלער טייל פון די פילם אדער טעאטער שפיל.
ס'איז אויך דא אנדערע פילמס. מערסטנס פראדוצירט דאהי אין אמעריקע וועלכע האבן אן אנדערן מעסעדזש. און זיי חוזק'ן נישט אפ פון די ערליכע אידן. למשל, דער פילם ..."העסטער סטריט"...נאך א גאס פון די איסט סייד וואו ס'האט געוואוינט א גרויסער קיבוץ פון אידישע אימיגראנטן פון די שפעטע 18'טער יארן ביז די 40'ער יארן פון דעם 20'סטן יארהונדערט. וואו דער מעסעדזש איז זייער קלאר. אז א יעדער טוישט זיך און ווערט אמעריקאניזירט. אפילו די פרומסטע און ערליכסטע אידן און תלמידי חכמים. נאר אין יענעם פילם אז דא עטליכע ווערסיעס און זיי האבן ארויסגעשניטן א פאר סצענעס פון דעם אריגינאלן פילם, וועלכער איז באזירט אויף א באשרייבונג אין א ביכל וועלכעס הייסט ..."אן ביעאינג דזשואיש"...וואס האט שיינע בשרייבונגען פון דעם לעבנסשטייגער פון די אידן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע מיט בערך 150 יאר צוריק...!
חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:32 am
דורך ירא שמים
דער דיבוק גראדע האט מיר נישט צומישט ווייל יענס איז אינגאנצען פרום , א בריוועלע די מאמע האט מיר צומישט לדוגמא די טאטע גייט א בארד און זינגט הודו לה׳ כי טוב און די מאמע גייט אייגענע האר וכדו׳
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:07 am
דורך דעת תורה
אייגענע האר איז פשוט א ראיה אז דער פילם שטעלט פאר א לעבן אונטער די רוסישע מלוכה, נישט אונטערן קיר"ה. דער טאטע גייט אנע קאפל, נאר מיט א הוט. אגב מאמעלע איז די זעלבע זאך. לכאורה שטעלט עס פאר דעם עמך איד ברחבי אייראפע, אין די צייט בעפאר / נאך די ערשטע קריג, די עלטערן זענען נאך טראדיציאנאל און די יונגערע מער מאדערן (יר"ש קענען זיי ביידע האבן דאס זעלבע. אפילו די וואס זענען געבליבן אידיש, שומתומ"צ, כל זמן זיי זענען נישט געווען קיינע חסידים האבן זיך געטוישט די לבוש און התנהגות צו מער מאדערן, געגאנגען אין אוניווערזיטעטן א.א.וו.).
נאר איך וואלט נישט צופיל אריין געלערנט אין די פילם'ס, איך ווייס נישט ווי שטארק זיי האבן געסטיקט צו די פאקטן, ווי אויטענטיש ס'איז, דאס איז דאך נישט קיין דאקומענטערי ס'איז ענטערטעימענט פאר אידן פון יענעם דור וואס האבן מילא אלעס מיטגעלעבט, מ'איז נישט אויסן זיי אויסצושפילן דעם כלל, נאר דעם יוצא מן הכלל.
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 12:57 am
דורך מיד ווי א בוים
די אלע לינקס ארבעט שוין נישט איז דא ערגעץ ווי איך קען דאס זעהן?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 1:30 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:ביי טייל פון די פילמען ווער איך צומישט וואסערע לעבנס שטייגער זיי קומען פארשטעלן א פרומע צו א פרייע.
ירא שמים: ביי דעם פילם ..."דער דיבוק"...און די אנדערע פילמס און טעאטער שפילן פראדוצירט אין פוילן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז אייביג (אדער אין רוב פעלער) דא אן אונטער-טאן פון חוזק און ליצנות פון דעם ערליכן אידישן לעבנס שטייגער. און פון רבי'ס און חסידים. למשל אזוי ווי אין דעם טעאטער פארשטעלונג..."דער אידישער גענעראל"...וואו מ'מאכט חוזק פון דעם אידישן גענעראל אז ער איז קיינמאל נישט געווען גרייט פאר מלחמה. אדער איז ער געגאנגען, אדער געקומען פון די מקווה אדער בית המדרש...דאס מיינט נישט אז די פארשטעלוניגען זענען נישט אוינטרעסאנט. אבער דאס אפשפעטן און ליצנות מאכן פון דעם טראדיציאנאלן לעבנס שטייגער איז אייביג אן אינטעגראלער טייל פון די פילם אדער טעאטער שפיל.
ס'איז אויך דא אנדערע פילמס. מערסטנס פראדוצירט דאהי אין אמעריקע וועלכע האבן אן אנדערן מעסעדזש. און זיי חוזק'ן נישט אפ פון די ערליכע אידן. למשל, דער פילם ..."העסטער סטריט"...נאך א גאס פון די איסט סייד וואו ס'האט געוואוינט א גרויסער קיבוץ פון אידישע אימיגראנטן פון די שפעטע 18'טער יארן ביז די 40'ער יארן פון דעם 20'סטן יארהונדערט. וואו דער מעסעדזש איז זייער קלאר. אז א יעדער טוישט זיך און ווערט אמעריקאניזירט. אפילו די פרומסטע און ערליכסטע אידן און תלמידי חכמים. נאר אין יענעם פילם אז דא עטליכע ווערסיעס און זיי האבן ארויסגעשניטן א פאר סצענעס פון דעם אריגינאלן פילם, וועלכער איז באזירט אויף א באשרייבונג אין א ביכל וועלכעס הייסט ..."אן ביעאינג דזשואיש"...וואס האט שיינע בשרייבונגען פון דעם לעבנסשטייגער פון די אידן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע מיט בערך 150 יאר צוריק...!
פארוואס האבן זיי אויסגעשניטן חלקים פונעם פילם?
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 1:31 am
דורך דוד שריפטליך
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 1:34 am
דורך דוד שריפטליך
סביב העולם האט געשריבן:פאר אלע טעלעגראם באניצער איז דא א טשענל מיט אלע גיטע יידישע מאוויס אין פלעיס
נ. ב. מדארף האבן די לעצטע טעלעגראם אפדעיט אז די לינק זאל ארבעטען
https://telegram.me/ch2015and
.
די לינק ארבעט נישט ווייל עס האט פארלעצט קאפירייט רעכטן
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 1:39 am
דורך דוד שריפטליך
דעת תורה האט געשריבן:אויף יו טיוב האב איך געפונען עטליכע - טייל גאר פאפולערע - אידישע פילמען, געמאכט דורך אידישע טעאטער שפילער אינעם פאר - מלחמה'דיקן פוילן אינאיינעם מיט ניו יארקער פראדוצירער, איך פאר מיר האב - טייל פון זיי - שוין לאנג געזוכט, און איך שטעל זיך פאר עס קען זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע אויך, לייג איך עס אהער.
די בכורה קומט זיכער פאר די מסתמא מערסט באקאנטע פילם,
'טובי' דער מילכיגער'. דאס איז אראפ געשפילט די לעבנס געשיכטע פון א כאראקטער אין שלום עליכם'ס ביכער. דרייסיג יאר שפעטער בערך האט מען פון די זעלבע געשיכטעס געמאכט דעם וועלט בארימטן פילם - אויף ענגליש - 'פידלער אן די רוף'. יענץ איז מער באריכות, קאווערט מער טעכטער און עקספלאורט מער די מענטשליכע געפילן. אבער די אידישע איז דאך פארט אידיש, און איז מסתמא מער נענטער צום מקור (אליין א פיקטיווע באשעפעניש).
די צווייטע לייג איך מיין פעיוואריט,
'א בריוועלע דער מאמען'. איך גלייך דאס די מערסטע סאם האו.
'מאמעלע' - מער א קאמעדיע ווי סובסטאנץ.
'דעם חזן'ס זון'
חלק א,
חלק ב - א פילם געמאכט אין אמעריקע, דער חזן אינעם פילם (דער זון) איז דער בארימטער חזן 'משה אוישערס'.
'דער פורים שפילער' - נישט געקענט געהעריג וואטשן צוליב די פוילישע איבערזעצונג וואס שרייט איבער די אריגינעלע.
Laughter Through Tears - איצט געפינען תוך כדי שרייבן די תגובה, אור אלט, די סאונד טרעק עקסטער צוגעלייגט.
די אלע לינק'ס ארבעטן מער נישט אלס רעזולטאט פון א קלאגע אריינגעגעבן דורך די נאציאנאלע צענטער פאר אידישע פילמס
מ'זאל געדענקען פיל מאל איז דא שאלות פון קול באשה.
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 4:20 pm
דורך טאמבל סאס
נאך איינער האט געוואטשט די אמאטושרישע סטאף פון ראביי פערעלאוויטש?
https://www.boruchperlowitz.com/
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Re: חוה"מ האלטן אויף אידיש (פילמס)
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:51 am
דורך שערי יושר
לכבוד חוה"מ וועל איך ארויף לייגן לינקס צי אלטע מאוויס אויף אידיש אז די עולם זאל הנאה אויף א כשרע אופן און זיצן אינדערהיים רואיג אין נישט אנדרייען נאך חסידות מחלוקת'ער...
דעת-תורה האט שוין ארויפגעלייגט אפאר לינקס אבער אלע זענען שוין עקספייערט וועל איך איך איבערלייגן
ראש וראשון איז דער פילם "טוביה" תרצ"ט וואס מען האט געפילמט אין שאטן פונעם אויסברעך פון די צווייטע וועלט מלחמה די מעשה איז פונעם אלעמען באקאנטען אידל ר' טוביה דער מילכיגער פון בויבעריק און זיין טאכטער חוה וואס האט זיך פארקאכט אין א שייגעץ און זיך געשמד'ט ל"ע
די פילם איז באזירט אויף די בוך טוביה דער מילכיגער פונעם שרייבער שלום עליכם געשריבן
און פראדוצירט דורך Maurice Schwartz (אברהם משה שווארץ) וואס שפילט אויך אליין טוביה,
ער לייגט אראפ א קינצליכע ארבעט ער שפילט זייער גוט אראפ דעם גלות איד א פארצייטישער ערליכער דארפסמאן מיט זיינע פראבלעמען און צרות מיט זיין פעלזע פעסטע אמונה, די תנועות די קרעכצן די עמעראצישע ווערטלעך, מיט א ב'חן'טע אידיש אזש מען דארף זיך דערמאנען אז עס איז געשפילט
די מאווי קען מען זעהן אויף יוטוב
https://m.youtube.com/watch?v=Q4CqthipSg0&t=2988s
נאכדעם איז דא "דער דיבוק" תרצ"ז די גרעסטע און מערסט באוויסטע פון די אידישע מאוויס עס איז געווארן געפילמט אין פוילן דאס איז געווען אויף א גרויסע בודזשעט מיט א סאך עקטארס
די מעשה איז פונעם בוך מיטן זעלבן נאמען געשריבן דורכן שרייבער שלמה זאנוויל ראפאפורט (ש. אנסקי) די מעשה איז פון א דיבוק וואס איז אריין אין א כלה אין א חסידיש רבי פרובירט איר צו באפרייען פונעם דיבוק, רוב עקטארס רעדן א געשמאקע פוילישע אידיש, די מאווי איז דראמאטיש און ראמאנטיש
מקען עס זעהן אויף יוטוב
https://m.youtube.com/watch?v=-bQCL0UBmLo
מקען קויפן די צוויי מאוויס אויף עמעזאן איבערגעמאכט און פארבעסערט The Jewish Soul: Classics of Yiddish Cinema [Blu-ray]
https://a.co/d/2CVHYL5
איך וועל אי"ה באשרייבן און ארויפלייגן נאך אידישע מאוויס מיט דער צייט



Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 10:13 am
דורך יָדוֹרָש
נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 11:55 am
דורך טאמבל סאס