חרדישע נייעס אין ארץ ישראל.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
חרדישע נייעס אין ארץ ישראל.
חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
די ספרדיש-חרדישער ראדיא סטאנציע אין ארץ ישראל, "קול ברמה" איז נעכטן געקומען אונטער פייער פארן גענצליך פארבאטן פרויען צו רעדן אויף זייער ראדיא פראגראמען. אנדערש ווי דער עלטערער חרדישער ראדיא סטאנציע "קול חי", וואס האט פרויען פראגראמען וואס היימישע פרויען פירן, און אזוי אויך לאזן זיי פרויען אריינרופן צו אלע זיערע פראגראמען, טוט קול ברמה גענצליך פארבאטן פרויען פון ערשיינען אויף זייערע פראגראמען, סיי דורך אריינרופן וכש"כ פירן פראגראמען.
דער אנפירער פון קול ברמה פראגראמען אבי מימראן האט גע'טענה'ט אז אין די עבר ווען זיי האבן פאר א שטיק צייט ערלויבט פרויען צו ערשיינען, זענען די נומערן פון צוהערערס שטארק געפאלן. דער חרדישער חבר כנסת מטעם ש"ס, הרב נסים זאב האט מחזק געווען מימראן'ס טענה. "איך דערף הערן השקפה פון א רב'ס ווייב? אזוי נידעריג האט דער [ראדיא] סטאנציע געזונקען?. צולייגענדיג אז "ווען איך הער א פרוי רעדן אויפן ראדיא, פארלעש איך עס". (מקור: הארץ)

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
ס׳הייסט אז ביי די חברה האט עס גארנישט צו טאן מיט פרומקייט, נאר פשוט ווי המן האט געטענעט ״ להיות כל איש שורר בביתו״. טאקע אינטערעסאנט.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
יא, אפילו אריינקאלן טארן זיי נישט, אפילו א יונגערע מיידל אויך נישט
(דער ספרדישער הרב עובדיה יוסף האט זיכער קלאר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם און א פרוי מעג רעדן אויף די ראדיא. זענען בכלל דא וואס האלטן אז עס איז א שאלה עפי הלכה, אדער איז עס פשוט ווייל די פרומערע צוהערער זענען נישט אינטערעסירט זיי צו הערן?).

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
שרגא האט געשריבן:יא, אפילו אריינקאלן טארן זיי נישט, אפילו א יונגערע מיידל אויך נישט
(דער ספרדישער הרב עובדיה יוסף האט זיכער קלאר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם און א פרוי מעג רעדן אויף די ראדיא. זענען בכלל דא וואס האלטן אז עס איז א שאלה עפי הלכה, אדער איז עס פשוט ווייל די פרומערע צוהערער זענען נישט אינטערעסירט זיי צו הערן?).
וואס איז עס דען אנדערש ווי קול מבשר? זיי פרובירן סערווירן זייער ציבור, איי געס.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
הרב יובל שרלו: הארץ בעסער ווי יתד נאמן
ישיבה וועלט נייעס באריכטעט אז דער פראמינענטער מזרח'יסטישער רב, הרב דר. יובל שרלו פון פתח תקוה האט אין א רעדע געזאגט אז דער שטארק לינקער סעקולארע צייטונג "הארץ" איז בעסער ווי דער אולטרא-חרדישער "יתד נאמן". "עס איז נישט דא נאך א צייטונג וואס פארמאגט אזויפיל לשון הרע און פארשעמט [מענטשן] ווי יתד נאמן. ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל שמוץ עס איז דא דארט".
א שטייגער ווי זאגן "דער איד/בלאט איז ערגער ווי דער פארווערטס"...
א שטייגער ווי זאגן "דער איד/בלאט איז ערגער ווי דער פארווערטס"...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- רואיק
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
איך בין נייגעריג וויאזוי מען שילדערט די מעשה פון פורים אויף דעם ראדיא סטעישאן. וואס פאר א טעם האט די מגילה אז מען נעמט ארויס ושתי, אסתר מיט זרש'ל?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכורים
בחדרי חרדיםבאריכטעט אז אין לעקוואד איז פארעפנטליכט געווארן א בריו דורך לאקאלע גבירים און נדבנים ווי זיי שרייבן אז זיי גייען די פורים נישט געבן קיין געלט פאר שיכורים. און די בריוו, וואס איז געשיקט געווארן צו די מנהלי המוסדות והישיבות שרייבן זיי אז "מדי שנה מגיעים אלינו הביתה עשרות בחורים ואברכים שיכורים כלוט, מקיאים על כל מקום אפשרי, משתוללים, שוברים כלים יקרי ערך, מבלי אפילו להבחין או להתנצל או להציע תשלום עבור החפצים שנשברו. זו לא דרכה של תורה, זו לא מצות פורים".
די פראבלעם איז אן אלוועלטליכער, און לדעתי דארפן די וויליאמסבורגע, בארא פארקע, און פלעטבושע עשירים און נדבים גיין און זייערע לעקוואדע קאלעגעס פוסטריט.
די פראבלעם איז אן אלוועלטליכער, און לדעתי דארפן די וויליאמסבורגע, בארא פארקע, און פלעטבושע עשירים און נדבים גיין און זייערע לעקוואדע קאלעגעס פוסטריט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
איך וואלט צוגעלייגט אז מען זאל נישט געבן פאר גרופעס וואס גייען ארום מיט לימאזינז און פארטי באסעס. פעה!
- קאווע
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:48 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
יידל האט געשריבן:בחדרי חרדיםבאריכטעט אז אין לעקוואד איז פארעפנטליכט געווארן א בריו דורך לאקאלע גבירים און נדבנים ווי זיי שרייבן אז זיי גייען די פורים נישט געבן קיין געלט פאר שיכורים. און די בריוו, וואס איז געשיקט געווארן צו די מנהלי המוסדות והישיבות שרייבן זיי אז "מדי שנה מגיעים אלינו הביתה עשרות בחורים ואברכים שיכורים כלוט, מקיאים על כל מקום אפשרי, משתוללים, שוברים כלים יקרי ערך, מבלי אפילו להבחין או להתנצל או להציע תשלום עבור החפצים שנשברו. זו לא דרכה של תורה, זו לא מצות פורים".
די פראבלעם איז אן אלוועלטליכער, און לדעתי דארפן די וויליאמסבורגע, בארא פארקע, און פלעטבושע עשירים און נדבים גיין און זייערע לעקוואדע קאלעגעס פוסטריט.
ח"ו דאס איז די דרך פון מתחדשים וואס אלעס דארף שטומען מיטן שכל, לא כן הורינו רבותינו.
1. צדקה דארף מען געבן פאר יעדן איינעם אן קיין חשבונות מיט פשעטלעך. (איך האף אז זיי ווילן נישט דער באשעפער זאל זיי פארהאלטן אויף וואס זיי האבן קאליע געמאכט אין די עולמות עליונים ווען זיי בעטן צדקה פונעם אייבערשטען)
2. שוכרות אין פירום איז א מצות עשה מדברי קבלה, ס'איז טאקע דא שוטות אין די שיעור, אבער מ'טאר נישט האבן טענות אויף איינער וואס גייט כשוטת המחבר און גדולי הרשונים.
3. די הלכה איז אז ווען א שיכור צוברעכט עפעס, דארף ער נישט באצאלן (און אודאי נישט מתנצל זיין).
אויב שוינט ער אזוי זיינע כלים זאל ער עס לייגן אין אן אנדערע צימער, דאס איז בלי ספק דרכי היצר זיך צו טרעפן תרוצים זיך צו פטר'ן פון צדקה, באצטלי דרבנן, און ער ער מיינט ער איז נאך א צדיק אז ער האלט נישט פון שיכור'ן, (א שאר חז"ל האבן זיך נישט דורכגערעדט מיט זיי, פארן מאכן אזא אונטערסאנטע מצוה).
____________________.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
יא, איך פארשטיי אז מ'קען קרומען אויף די חברה וואס טרעפן תורות און פלוצלינג נעמען זיי נישט אן דעם "חייב אדם לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי" פשוטו כמשמעו. אידן וואס זענען מדקדק אויף יעדן קוצו של יו"ד און יעדע חומרא למהדרין מן המהדרין נעמען זיי ווי א "חיוב גמור", אבער דא פלוצלינג ביים עד דלא ידע איז מען "מיקל" און מען געט זיך אן עצה מיט א דרימל אנשטאט, וואס איז נישט דער פשוטער פשט.
אבער באמת, זאגן זיי דאס מסתמא נאכ'ן זען די איבערגעטריבענע שכרות, טאקע בעיקר פון די בחורימ'לעך, וואס איז אפשר נאך ווייטער ווי "בלויז" עד דלא ידע און זיי גלייכן מסתמא נישט די רעזולטאטן וואס די שכרות ברענגט.
און גראדע איז עס נישט לויט יעדן אז מען איז פטור אויב מען האט עפעס מזיק געווען בשעת מען איז שיכור. אבער אפילו נישט, איז דאס נאר אויב ער לאזט אריין די שיכורים און זיי האבן מזיק געווען קען ער נישט בעטן תשלומין, אבער איז דען א ספק אז ער האט די רעכט צו זאגן פון פאראויס "טייערע בחורים , אויב איר ווילט שיכור'ן, טרעט נישט איבער מיין שוועל." ער מוז דען יענעם לאזן אריינקומען און זיך אריינלייגן אין ספק פון א שאדן? זיכער אז נישט. ער קען טאנצן מיט זיי אויף די גאס.
אבער באמת, זאגן זיי דאס מסתמא נאכ'ן זען די איבערגעטריבענע שכרות, טאקע בעיקר פון די בחורימ'לעך, וואס איז אפשר נאך ווייטער ווי "בלויז" עד דלא ידע און זיי גלייכן מסתמא נישט די רעזולטאטן וואס די שכרות ברענגט.
און גראדע איז עס נישט לויט יעדן אז מען איז פטור אויב מען האט עפעס מזיק געווען בשעת מען איז שיכור. אבער אפילו נישט, איז דאס נאר אויב ער לאזט אריין די שיכורים און זיי האבן מזיק געווען קען ער נישט בעטן תשלומין, אבער איז דען א ספק אז ער האט די רעכט צו זאגן פון פאראויס "טייערע בחורים , אויב איר ווילט שיכור'ן, טרעט נישט איבער מיין שוועל." ער מוז דען יענעם לאזן אריינקומען און זיך אריינלייגן אין ספק פון א שאדן? זיכער אז נישט. ער קען טאנצן מיט זיי אויף די גאס.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
אנטושלדיגט אבער איר האט א טעות מיט די נקודה אז עס איז א חיוב גמור זיך אנצושיכור'ן. לבסומי טייטשט נישט שיכור. לבסומי מיינט אויפגעהייטערט. שיכור אין אראמיש איז "רויא". זע מער אין משה צוריאל'ס פאוסט אויף ספרים בלאג.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
יידל האט געשריבן:אנטושלדיגט אבער איר האט א טעות מיט די נקודה אז עס איז א חיוב גמור זיך אנצושיכור'ן. לבסומי טייטשט נישט שיכור. לבסומי מיינט אויפגעהייטערט. שיכור אין אראמיש איז "רויא". זע מער אין משה צוריאל'ס פאוסט אויף ספרים בלאג.
קודם א דאנק, ער מאכט א גוטן קעיס.
אבער באמת, כ'בין בכלל נישט אזוי צופרידן צו זאגן אז דער פשוטער פשט מיינט שלאפן. וואלט נישט די גמ' זאגט דעם גרינגערן אפענעם לשון עפעס ווי "חייב איניש לבסומי בפוריא עד שיפול למשכבו וירדם"? כ'מיין ער האט דאך נישט סתם אזוי געשריבן אלס מליצה אז "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי".
רש"י טייטשט יא דעם "לבסומי" אז דאס מיינט "להשתכר ביין", און רוב מפרשים טייטשן בכלל נישט אזוי דעם פשט אז דאס מיינט ביז מען גייט שלאפן. און מ'זעט די מעשה פון רבי זירא אז מען האט דא בכלל נישט געמיינט קיין שלאפן. לענ"ד מיינט פשוט פשט אז מען זאל זיך מבסם זיין ביז דער קאפ הייבט אן שווינדלען פון וויין און מ'קען נישט געהעריג האלטן קאפ צווישן "ארור המן" און "ברוך מרדכי" נאר מען טוישט זיי אויף ווי דער סדר פון איינעם וואס איז אנגעטרונקען און קען נישט קאנצענטרירן געהעריג.
בקיצור, עס איז דא גענוג לויט וועמען די שכרות מיינט שכרות כפשוטו, סאו יש להם על מי לסמוך.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ציגאנער אין ירושלים!
יא, אזויווי איר הערט. עס איז דא א קאמיוניטי פון ציגאנער וואס וואוינען אין ירושלים! ליינט אן אינטערעסאנטע ארטיקלאין דזשרוסאלעם פאוסט איבער די ירושלימע "דאמארי" ציגאנער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
רואיק האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי מען שילדערט די מעשה פון פורים אויף דעם ראדיא סטעישאן. וואס פאר א טעם האט די מגילה אז מען נעמט ארויס ושתי, אסתר מיט זרש'ל?
אזא טעם
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
דער נייער תקנה איז דוכט זיך נישט פון די גבירים, נאר פון עסקנים וואס זוכן צו פארמינערן די טרונקעכץ. אדרבה, די גרופעס ווערן שיכור בעיקר פון וואס די גבירים טרונקן זיין אן!
- רואיק
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
יאנקל האט געשריבן:אייזן, געפילטע.
ווי האט יענער געזאגט, ער האט פרובירט צו שיקן א תנ״ך אויף אימעיל צו א פרישן בעל תשובה, אבער דזשעי-נעט האט עס נישט דורכגעלאזט...
דערמאנסט מיך, סהאט מיר געשיקט אין בליץ פאסט איינער א לינק צו א סייט וואס געט רעיטינגס אויף איבער צוויי טויזענט גויאישע קינדער ביכער. וואס פארא רעיטינג וואלטן זיי געגעבן פארן תנ"ך? http://savvima.com/wp-content/uploads/2 ... cover1.pdf
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
יאנקל האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:אייזן, געפילטע.
ווי האט יענער געזאגט, ער האט פרובירט צו שיקן א תנ״ך אויף אימעיל צו א פרישן בעל תשובה, אבער דזשעי-נעט האט עס נישט דורכגעלאזט...
ס'שרייבט מיר איינער אין אישית אז איך "מאך חוזק פון תנ"ך". חס ושלום צו זאגן אזא זאך, די נקודה איז פונקט פארקערט. די תוה"ק זאגט אונז וואס איז אויסגעהאלטן און וואס נישט. מ'האט היינט געמאכט אזעלכע עקסטרעמע גדרים, אנגעבליך מקיים צו זיין די תורה, אז די תוה"ק זעלבסט איז שוין נישט מקיים די גדרים... וואס זאגט דאס אונז? אז ס'איז דא א פראבלעם מיט דער תורה ח"ו, אוודאי נישט - דער פראבלעם איז מיט די גדרים. אז ס'איז דא א גדר נישט צו שרייבן קיין נעמען פון קיין פרויען, און מיר זעען אז די תורה האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, דאן צו וועלכן אויטאריטעט ווענדן מיר זיך ביים מאכן דעם גדר?
אין א געוויסן פארום האב איך אויך געזען ווי איינער צייכנט צו צו דעם אשכול אלץ ביישפיל "אז מ'מאכט דארט חוזק פון תנ"ך רח"ל". די היפאקריווסטע שרייט ביזן דאך. אנשטאט כאפן זיך ווי עקסטרעם אנדערש ער איז פון השקפת התורה און פון וויאזוי מ'האט זיך געפירט אלע יארן פאר די נייע אויפגעקומענע חומרות חדשים לבקרים זענען ערשינען, מיינט ער אז מ'מאכט חלילה חוזק פונעם הייליגסטען.
איך מאך גראדע נישט אוועק רוב פון די היינטיגע חומרות, ווייל איך הער שטארק די סברא אז ירידת הדורות איז גורם אז מ'זאל זיך היינט נישט קענען טראסטען מער אין די ענינים משא"כ אונזערע עלטערן. אבער ווען מ'נעמט אן א חומרא דארף מען אויך וויסן פונקטליך פון ווי די חומרא קומט און וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען. אז נישט ווערט אונזער פעלזן פעסט מסורת צובראכן און צושפליטערט ווען קינדער מיינען אז געוויסע חומרות זענען ההל"מ וכדו'. ס'איז אויך כדי אנצומערקען אז אסאך חומרות קומען פונעם פשוט'ן פארגרעבטן דעת בעל הבית וואס זעט אין יעדע זאך שלעכטס. א דוגמא איז דאס זאגן מזל טוב פאר א קימפעטארן ביי א וואך-נאכט. איך האב געמאכט א וואך-נאכט, איז דער מוהל - א גאר חשובער אנערקענטער רב - ארויפגעקומען צום וואך-נאכט. ער האט נישט געוואלט אוועקגיין ווילאנג איך וועל צורופן די ב"ב ער זאל קענען אנווינטשען. נאכן ברית האט ער זיכער געמאכט ארויפצוקומען און געגעבן פונקטליכע הדרכות פארן מאמע. אנדער חשוב'ע אידן וואס זענען ארויפגעקומען, אז ס'האט זיך געמאכט אז זיי האבן באמערקט דאס מאמע שטיין לעבן קינד וכדו' זיי האבן פארשטאנען אז דאס איז די בעלת שמחה, האבן זיי אנגעווינטשן. ווידעראום פון צווישן די בעלי בתים האט דאס כמעט קיינער נישט געטון! פארוואס? ווייל ס'איז נישט גענוג "פרום". ויש להאריך אבער אכמ"ל.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהודה
חרדישע עסקנים האבן אנאנסירט אז נאך אפאר חדשים שווערע ארבייט האט מען ענדליך געטראפן א פאסיגע פלאץ וועלכע וועט דינען ווי אן אלטערנאטיווע שוק צו שוק מחנה יהודה. די סיבה פארוואס מ'דארף אן אלטערנאטיוו איז צוליב די צניעות פארלעצונגען וואס קומט פאר אין שוק מחנה יהודה "וואס שאדט די חינוך פון אונזער קינדער". לויט ווי די עסקנים פארציילען קומען פאר רעגלמעסיג אין שוק מחנה יהודה פאסטיוואלן ווי פרויען זינגען אין טאנצען. די באלעבאתים פון שוק מחנה יהודה טענה'ן אבער אז די פאסטיוואלן קומען נישט פאר אין מיטן טאג ווען דער עולם איז דארט, האר ביינאכט, נאכדעם וואס אלע געשעפטן זענען שוין פארשפארט.
ווי די עסקנים געבן איבער וועט די נייע שוק געבויט ווערן אויף אן שטח פון צען דונאם צווישן סנהדריה און הר חוצבים. ליינט מער דעטאלן איבער דעם פלאן אויף וויי-נעט.
ווי די עסקנים געבן איבער וועט די נייע שוק געבויט ווערן אויף אן שטח פון צען דונאם צווישן סנהדריה און הר חוצבים. ליינט מער דעטאלן איבער דעם פלאן אויף וויי-נעט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהו
דאס ברענגט מיט איין טריט נענטער דעם ברודער קריג ציווישן חרדים און חילונים. מחנה יהודה איז א חילונישער מאדערנע פלאץ מיום הוסדה. דער וואס זוכט א ריינערע שוק קען רואיק גיין צי שוק הבוכארים... אויף אזויפיל שטעלט זיך די שוק מחנה יהודה צי צום פרומע געזעלשאפט אז זיי פרובירן צו האלטן די ניווא גענוק הויך אז חרדים זאלן זיך פילן באקוועם דארט איינציקויפן. יעצט אז די חרדים פילן זיך נומעריש מער - טיען זיי סטראשען און פרובירן צו מאניפולירן די גענצליכע אויסקוק פון דעם פלאץ אפילו נישט אין די שעות פון די שוק.
ס'שיינט ווי די חרדים באמערקן נישט אז אויב ווילן זיי גיין מיט דער שטיק ברענגן זיין אראפ די דיאלאג ציווישן זיין און די חילונים אויף א שטאפל ווי זיי שטייען צו פארלירן אפשר מער ווי פארדינען. אוי ווי דער סאטמאר רב איז גערעכט געווען! א חרדי ווען ער פילט זיך בא'גדול'ט און אינדערהיים, האט ער קיין מושג ווי אזוי זיך צי באהערשן. ער האט אין דעם נישט א מסורה און שכל אודאי נישט.