די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

זונטאג פאריגע וואך, לאזן זיך אראפ פינף מענטשן וואס זענען ווערד מיליאנען, גרויסע יחסנים אווענטוריסטן, און גייען זעהן דורך א קליין לעכעל פונעם סובמערסיבעל די ברוכווארג פונעם 110 יעריגע איינגעזיקענע טיטאניק וואס טויזענטער שעות עקספלארעישאן איז שוין דערינען אריינגעגאנגען במשך די לעצטע 100 יאר.

א נסיעה וואס נעמט אן ערך פון 8-9 שעה, מיט א לופט טאנק צום אטעמען פאר די פינף מענטשען פאר אפאר שעה לענגער ווי זיי דארפן דארט פארברענגן אין דעם קליינעם סובמערסיבעל (אזוי גרויס ווי א סאדע קען).

די פינעף ביליאנערן זיצן אינעם סאדע קען צושטופט אבער פארט אויפגעלייגט, אזא אווענטור וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן בעפאר.

עס איז זונטאג מיטאג, א שעה מיט פינף און פערציג מינוט נאך וואס דער קליינער סאדע קען מיט די פינף מאנשאפט מיטגלידער האבן זיך ארונטערגעלאזט דעם וואסער און הילד איננו, די קאמיוניקאציע האט זיך אפגעשטעלט, מען הערט נישט די חברה מער, מען ווייסט נישט וואס האט מיט זיי האט פאסירט.

אלע מידיע אוטלעטס Media outlets שטעלן זיך אפ פון זייערע רעגלמעסיגע נייעס פראגראמען, ברעיקינג ניוס! די סובמערסיבעל האט אויפגעהערט קאמיוניקירן מיט'ן סופפארט שיף.

פאליטיק הערט אויף עקזעסטירן, אלעס ווערט איבערגענומען מיט די ברעיקינג ניוז א גאנצן ליבער טאג. די וועלט האט זיך אפגעשטעלט. דער פאליטישער ארענע איז אויף וואקאציע. ביידען טראמפ, נייע קאנדידאטן, פינאנציעלע נייעס, אלעס איז געשטארבן, נישטא גארנישט. ווילאנג מען וועט הערן אז די פינף ביליאנערן זענען צוריק מיט גאנצע גלידער.

דאס גאנצע מידיע האט נישט איצטערט קיין צייט צו רעפארטן קיין שום אנדערע נייעס אויסער ארום דעם סובמערסיבל. א יעדעס קליינע נייעסל, א יעדעס ספק ספיקא ארום דעם סאדע-קען וואס שווימט ערגעץ-וואו אין קאנאדע אונטער די וואסער, די מידיע איז פארנומען צו ברענגען די מינוטיגע איצטיגע אפדעיטס.

אזוי גייט אדורך זונטאג מיט שפילענדע פאטאגראפן ווי די רעטונגס שיפן מיט די רעטונגס פליגער און העליקאפטערס קומען אן צום פלאץ אין וואסער ווי די טראגעדיע האט זיך אנגעהויבן, פונקט דארט ווי דער סובמערסיבעל האט זיך אפגעטיילט מיט דעם גרויסען סופפארט שיף וואס האט מיט זיך געטראגן דעם שיפל און זיך ארונטערגעלאזט אינעם ים 13000 פיס ארינטער.

די רעטונגס אקציע גייט אריין אין שוואנג און די גאנצע וועלט קוקט זיך צו מיט אנגסט וואס עס גייט זיך אויסלאזן מיט דעם סובמערסיבעל און זיינע פאסאזשירן. די מידיע שפילט אויס א גאנצן טאג דעם מומחה און יענעם מומחה, אלעס נאר ארום די נייעס וואס האלט א יעדן געשפאנט צום טי. ווי. מיט אנגסט וואס עס גייט פאסירן. אזוי גייט אדורך דעם זונטאג.

מאנטאג מען האט געהערט קלאפערייען, מען הערט גרודער, א געוויסער קאוד ווערט געקלאפט אויף די ווענט פונעם סובמערסיבעל ווי זיי רופן פאר הילף. מען דעבאטירט א גאנצן טאג צו די ROV'S רעמאוט שיפל זאל יא אדער נישט ווערן אריינגעברענגט אינעם אקציע. דינסטאג טאגט שוין און עס איז שוין ב''ה דא אן החלטה פון די צוויי לענדערס קאוסט גארדס אז די ROV איז אויפן וועג מיט די מומחים וואס וועלן דאס פירן צוצוקומען צום סאדע קען, און אזוי איז די מידיע פארנומען אינטערוויוען די אפערעיטארס, און די וואס זענען אין דעם גלגול נאר געשטאנען נעבן אזא ROV.

ויהי ממחרת, עס איז שוין מיטוואך, און במשך רוב טאג, און די שרעקליכער נייעס ווערט געבראכן אין א ברעיקינג ניוס אויסרוף אז מען האט געטראפן שטיקער פונעם סובמערסיבעל. די 5 מיטגלידער זענען ל''ע אומגעקומען. נאך אפאר שעה איז נאך די מידיע פארנומען מיט עקספערטן אפשאצן וואס האט אלץ געקענט פאסירן. א יעדער עקספערט ווערט אינטערוויוט, און אויך די זיכערהייטס פארלעצונגען פון אושען געיט וכו', און עס איז שוין דארנעשטאג.

ביני לביני וואס פאסירט אויף די פאליטישע ארענע, האנטער ביידן ווערט אנגעקלאגט און ריינגעוואשן אין די דריי-פיר טאג.

דזשעי פי מארגן אין דזשעפרי עפשטיין אימעילס ריליעסד, 47 מיליאן אימעילס זענען עפעס מיסטריעזיש נעלם געווארן, פארווישט און פארלוירן זייערע שפורן אז אימעילס צווישן די צוויי איז אמאל געוועזען.

דער פרעזידענט גייט אדורך אן אימפיטשמענט פראסעס אין די הויז פון סענאט.

די פענטאגאן האט אפגעשיקט קיין אוקריינע נאך 6 ביליאן דוללער. יא, ביליאן מיט א "ב".

עף בי איי וויסעל-בלאזערס ווערן נעלם פון די מאפע.

דזשאן דארעם גייט אדורך א קאנגרעשאנעל הערינג וועגן דעם אומפארלעסליכע ראשען האוקס Russian Hoax

די אלע נייעסער זענען פארגעקומען אונטער אונזער נאז ווען מיר זענען אלע אין אנגסט און פארנומען וואס עס האט פאסירט מיט 5 ביליאנערן וואס האבן מחליט געווען צו גיין שווימען אונטער'ן וואסער 13000 פיס, אין די צייט וואס די נעווי האט שוין זונטאג אינמיטן טאג געוואוסט אז די 5 ביליאנערן זענען פארביי.

וואס מיינט איר ליינער, וואס האט דא פאסירט?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר