איך מיין אז סאיז דא עטליכע מאל געשפילט, מען קען זען די גענצליכע פילמען אויף יוטוב אומזיסט, די ענדע פון די פילם איז די מערסט טרויעריגע איבערשפיל פון א קאנצענטראציע לאגער וואס איך האב געזען, די עיקר שטארקקייט דערפון איז אז רעדט זיך פון איין ספעציפישע מענטש, מיט וועם מען באקענט זיך נאנט אין רוב פון די פילם, ווען מען זעט די ליידן און ענטגילטיגע טויט פון טויזענטער אדער צענדליגער טויזענטער, איז זייער שווער צו רילעיטן דערצו.
איך האב עס געקוקט אויף נעטפליקס, ווען איך האב עס נעכטן דערמאנט האב איך געכאפט א בליק אויף יוטוב אויב זיי האבן עס אומזיסט, סאיז אזא טרויעריגע געשיכטע, (און אויך גאנץ לאנג) אז איך האב עס נישט געקענט ענדיגן אויף איין מאל, סאיז גאר גאר א טראומאטישע פילם, און מוראדיג פראפעסיאנעל געשפילט, ממש מוראדיג, די ביכל איז געווארן איבערגעדרוקט אין איבער הונדערט שפראכן, און איז איינע פון די מערסט פארשפרייטסטע ביכער אין די געשיכטע.
נישטא וואס צו בארואיגן, עס איז פאר יעדן איינעם די זעלבע שוידערליך, מיר וועלן זיך נאר בארואיגן כשינקום ה' נקמתינו און מיר וועלן זעהן דעם אומשאצבארן שכר פון די אלע געליטענע, אז ימלא שחוק פינו.
געלייענט די וואך אין 'די צייטונג' (אידישע נייעס אפטיילונג, וועלכע איז מורא'דיג באלערנד מדי שבע בשבוע) אן אינטערוויאו מיט ר' לייבל שערמאן, א איד פון קווינס וועלכער האט געארבעט נעבן די קרעמאטאריומ'ס אין אוישוויץ!
אונטערן קעפל "ביים טויער פון גיהנם", טראגט ר' לייבל אייך אריבער צו אן אנדער וועלט, צו א וועלט פון פיין און ליידן, צרות יגון ואנחה, אומגלויבליכע שוועריגקייטן וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך, און דאס אלעס ממקור ראשון פון א איד וואס האט דאס אלעס צוגעזען במו עיניו.
א זעלטנהייט פון א אינטערוויאו. עס לוינט צו קויפן דעם צייטונג בלויז פאר דעם אליינס.